[go: up one dir, main page]

לדלג לתוכן

צעל

פֿון װיקיפּעדיע

א צעל איז דער קלענסטער לעבעדיקער אײנס, מיט װאָס יעדער לעבעדיקער אָרגאַניזם איז צונױפֿגעשטעלט. דאָס װאָרט צעל שטאַמט פֿון לאטיין cellula, אַ קעמערל. עס הײסט אַזױ, װײַל גענױ אַזױ קוקט דאָס אױס װי קלײנע קעמערלעך. די צעל איז אַזױ װי אַ ציגל פֿאַר אַ בנין מיט װאָס דער קערפּער איז געבױט. די שטודיע פון צעלן ווערט גערופן צעל-ביאלאגיע.

א צעל באשטייט פון ציטאפלאזם איינגעהילט אין א מעמבראנע, וואס אנטהאלט פיל ביאמאלעקולן ווי פראטעינען און נוקלעאין-זייערסן.[1] אן ארגאניזם קען זיין איינצעליק (וואס באשטייט פון אן איינצלן צעל; כולל באקטעריע) אדער פֿילצעליק (כולל פלאנצן און בעלי חיים).[2] די צאל צעלן אין פלאנצן און בעלי חיים טוישט זיך צווישן די זגאלן; עס ווערט גערעכנט אז מענטשן אנטהאלטן עטלעכע 40 טריליאן (4×1013) צעלן.[a][3] די רוב צעלן פון פלאנצן און בעלי חיים קען מען זען נאר מיט א מיקראסקאפ, מיט דימענסיעס צווישן 1 און 100 מיקראמעטער.[4]

סטרוקטור פון א טיפישן פראקאריאטישן צעל

ראבערט הוק האט אנטפלעקט צעלן אין יאר 1665.

דער קערפער פון א מענטש איז געגליכן צו א קאר. עס איז א קאמפליצירטע מאשין, וואס איז צוזאמגעשטעלט פון פיל באזונדערע חלקים, וואס ווען אלע חלקים ווערן צונויפגעשטעלט פונקאציאנירט די קאר מייסטערהאפטיג. אזוי אויך דער מענטש, איז א מייסטערהאפטיגע מאשין וואס אלע אברים ארבעטן מיט א הארמאניע צו מאכן זיכער אז אלע קערפערליכע פונקציעס ווערן אויסגעפירט. יעדער אבר שטעלט צו צום מאשין זיין חלק וואס דער אבר ברויך צוצושטעלן, ווי למשל דער לונג מאכט זיכער אז די לופט זאל אריינקומען און ארויסגיין, אריין צו פיטערן זויערשטאף (דאס איז אקסיגען) צו די הונדערט טריליאן צעלן פונעם קערפער, און צוריק ארויסצושפייען די אויסגענוצטע לופט.

יעדער אבר, נישט קיין חילוק אויב עס איז די לונג, ניר, קישקע, צו האר, אלעס איז צוזאמגעשטעלט פון צעלן. אלע צעלן האבן בערך די זעלבע באשטאנדטיילן, נאר זיי האבן בעזונדערע תפקידים. אבער דער יסוד איז אלעמאל די זעלבע, למשל אן איינצעלנער לונג צעל ארבעט מיט הארמאניע מיט א גאנצער ארמיי פון לונג צעלן, צו פארמירן אן אבר וואס טוט די פונקציעס פון א לונג. דאס זעלבע איז מיט די לעבער א.א.וו. עס איז דא א מייסטערהאפטע קאמוניקאציע סיסטעם ווי אלעס קאמוניקירט דורך כעמיקאלע זענדונגען מיט די גוטהייסונג פונעם מח.

אַ צעל פֿון בעלי־חיים:
(1) נוקלעאָלוס
(2) צעלקערן
(3) ריבאָזאָמען
(4) װעזיקל
(5) גראַנולאַרעס ענדאָפּלאַזמישעס רעטיקולום
(6) גאָלדזשי אַפּאַראַט
(7) ציטאָסקעלעט
(8) גלאַטעס ענדאָפּלאַזמישעס רעטיקולום
(9) מיטאָכאָנדריעס
(10) װאַקואָלע
(11) ציטאָזאָל
(12) ליזאָזאָם
(13) צענטריאָלעס

יעדע צעל האָט אַן אײַנהיל װאָס מען רופֿט אים צעל מעמבראַנע װאָס אָפּצוטײלט די צעל פֿון אױסערע סבֿיבֿה. אינעװײניק איז די צעל פֿאַרפֿולט מיט ציטאָפּלאַזם, אַ געל װאָס שליסט אײַן פֿאַרשײדענע צעלולאַרע עלעמענטן. די דאָזיקע עלעמענטן װאָס האָבן אײגענע מעמבראַנעס הײסן "אָרגאַנעלעס" און זײַנען קאָמפּאַרטמענטס, די שפּילן װאָס מאַכן אײגענע אלא קאָניוגירטע ראָלעס.

צעלן מיט א צעלקערן זענען אייקאריאטן (כולל פראטיסטן, שוואמען, פלאנצן און בעלי חיים); צעלן אן א צעלקערן זענען פראקאריאטן (כולל ארכעען און באקטעריע). פראקאריאטן האבן נאר אן איינצלען צעל; אייקאריאטן אבער קענען האבן אדער איין צעל אדער מערערע צעלן.

אלע צעלן, סיי פראקאַריאטן סיי אייקאַריאטן, האבן א הייטל וואס הילט איין דעם צעל, קאנטראלירט וואס באוועגט זיך אריין און ארויס, און האַלט דעם עלעקטרישן פאטענץ פונעם צעל. אינעגרהאלב דעם הייטל, נעמט דער ציטאפלאזם דעם גרעסטן טייל פון דעם צעל׳ס פֿאַרנעם. אלע צעלן (אויסער רויטע בלוטצעלן, וואס האבן נישט קיין צעלקערן כדי צו לאזן פלאץ פאר העמאגלאבין) פֿארמאָגן DNA, דעם ירושה׳דיקן מאטריאל פון גענעס, און RNA, וואס אנטהאלט די נייטיגע אינפֿארמאציע צו בויען פֿארשידענע פראטעינען ווי למשל ענזימען, דעם צעל׳ס ערשטיקע מאשינעריע.

צעל צעטיילונג איז ווען אן איינצעלער צעל (גערופן א מוטער־צעל) צעטיילט זיך אין צוויי טעכטער צעלן. דאס פירט צו א וואוקס אין מולטיצעל־ארגאניזמען (די וואוקס פון געוועב) און צו פֿרוכפערונג (וועגעטאטיווע רעפראדוקציע) אין איינצעל־ארגאניזמען. פראקאריאטישע צעל צעטיילן זיך דורך בינארישער שפאלטונג, אייקאריאטישע צעלן אבער גייען אדורך א פראצעס פון נוקלעארישער צעטיילונג, גערופן מיטאז, און דערנאך צעטיילט זיך דער צעל, גערופן ציטאקינעז.

וואוקס אין מעטאבאליזם

[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]
זעט דעם הויפּט אַרטיקל – מעטאבאליזם

צווישן די צייטן ווען א צעל צעטיילט זיך, טוט דער וואקסן דורך דעם פונקציאנירן פון צעלולערישן מעטאבאליזם. צעל־מעטאבאליזם איז דער פראצעס דורך וואס איינצעלע צעלן פראצעסירן נערשטאף מאלעקולן. מעטאבאליזם האט צוויי באזונדערע אפטיילן: קאטאבאליזם, וואו דער צעל צעברעכט קאמפלעקסע מאלעקולן צו פראדוצירן ענערגיע, און אנאבאליזם, וואו דער צעל ניצט ענערגיע אויפצובויען קאמפלעקסע מאלעקולן און אויספירן אנדערע ביאלאגישע פונקציעס. קאמפלעקסע צוקערן וואס ווערן פארניצט דורך דעם ארגאניזם קענען ווערן איינגעבראכן אויף מער פשוטע מאלעקולן גערופן מאנאסאכארידן ווי גלוקאז. אינערהאלב דעם צעל ווערט גלוקאז איינגעבראכן צו מאכן אדענאסין טריפאספאט, א מאלעקול וואס האט ענערגיע ארויסצוגעבן, אין צוויי פארשידענע וועגן.

צעלן האבן די מעגלעכקייט צו סינטעזירן נייע פראטעינען, וואָס זענען לעבנס־נייטיק פֿאַר די מאדולאַציע און אויפֿהאַלטונג פֿון צעלולארישע טעטיקייטן. אין דעם דאָזיקן פראצעס ווערן נייע פראטעין מאלעקולן פֿארמירט פון פארשידענע אמינאזייערסן לויט דער אינפארמאציע איינקאדירט אין DNA/RNA. פראטעין־סינטעז באשטייט פון צוויי הויפט שריט: טראנסקריפציע און טראנסלאציע.

טראנסקריפציע איז דער פראצעס וואו גענעטישע אינפֿארמאציע אין DNA ווערט גענוצט צו פראדוצירן א דערגאנציק RNA שנירל. דאס דאזיקע RNA שנירל ווערט פראצעסירט צו שאפן ״שליח RNA (‏mRNA), וואס קען וואנדערן פריי אדורך דעם צעל. mRNA מאלעקולן פארבינדן זיך צו פראטעין-RNA קאמפלעקסן גערופֿן ריבאסאמען פלאצירט אין דעם ציטאסאל, וואו זיי ווערן טראנסלאטירט אין פאליפעפטיד נאכאנאנדקייטן. דער ריבאסאם פֿאַרמיטלן דאס פארמירן פון א פאליפעפטיד נאכאנאנדקייט לויט דער mRNA נאכאנאנדקייט. דער נייער פאליפעפטיד ווערט איינגעוויקלט אין א פונקציאנאלן דריי-דימענסיאנעלן פראטעין מאלעקול.

איינצעליקע ארגאניזמען קענען באוועגן זיך כדי צו געפינען עסן אדער צו אנטלויפֿן פון פֿארצוק־ארגאניזמען.

אין פֿילצעליקע ארגאניזמען קענען צעל זיך באוועגן ווערנד פראצעסן ווי וואונד־היילן, דער אימונע־אפרוף און קענסער־מעטאסטאזיס. למשל, ביי וואונד־היילן אין בעלי חיים, באוועגן זיך ווייסע בלוט צעל צום ארט פֿונעם וואונד כדי צו הרג׳ענען די מיקראארגאַניזמען וואס זענען גורם אינפֿעקציע. דער פראצעס פון צעל־באוועגונג ווערט צעטיילט אין דריי טריט – ארויסשטארצן פון דעם פֿאדערשטן עק פונעם צעל, אנהענגען פונעם פֿאדערשטן עק און אפהענגען ביים צעל־קערפער און הינטערשטן טייל, און ציטא־סקעלעטאלישע איינציען צו שלעפן דעם צעל פֿארויס. יעדער טריט ווערט געפירט דורך פיזישע קראפטן גענערירט דורך איינציגע סעגמענטן פונעם ציטאסקעלעט.[5][6]

אַלץ צוזאַמען זענען פֿאַרהאַן 100 טריליאָן צעלן אין דעם מענטש. דער קלענסטער צעל איז אין דער זרע פֿון אַ מאַן. און דער גרעסטער צעל איז אין אַ אײ פֿון אַ פרוי.

היסטאריע פון צעל פארשונג

[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]
הוק׳ס געמעל פון צעלן אין קאריק, 1665
  • 1632–1723: אנטאני וואן ליוונהוק האט זיך אויסגעלערנט וויאזוי צו מאכן לינדזן, ער האט קאנסטרוקטירט אפטישע מיקראסקאפן און האט געמאלט פראטאזאא , ווי למשל Vorticella פון רעגנוואסער, און באקטעריעס פון זיין אייגענעם מויל.
  • 1665: ראבערט הוק האט אנטפלעקט צעלן אין קאריק, דערנאך אין לעבעדיגן פֿלאנצן־געוועב, ניצנדיק א פריערדיגן מיקראסקאפ. ער האט געשאפן דאס ווארט צעל (פון לאטיין cella, צעלא טייטש "א קליין קאמערל"[7]) אין זיין בוך מיקראגראַפֿיאַ (1665).[8]
  • 1839: טעאדאר שוואן און מאטיאס יאקאב שליידן האבן מסביר געווען דעם פרינציפ אז פֿלאנצן און בעלי חיים זענען צוזאמענגעשטעלט פון צעלן. זיי האבן מדייק געווען אז צעלן זענען אן אלגעמיינער איינץ פון סטרוקטור און אנטוויקלונג, און מיט דעם האבן זיי געגרינדעט די צעל טעאריע
  • 1855: רודאלף ווירכאוו האט אוועקגעשטעלט אז נייע צעלן קומען פון פריערדיגע צעלן דורך צעל-טיילונג (omnis cellula ex cellula).
  • 1859: וואס מען האט פֿריער געגלייבט אז לעבעדיגע ארגאניזמען קען ווערן געשאפן פון זיך אליין (generatio spontanea) האט לואי פאסטער סותר געווען (1822–1895) (כאטש פֿראנצעסקא רעדי האט שוין אויסגעפירט אן עקספערימענט אין 1668 וואס האט פארגעשטעלט די זעלבע תוצאה).
  • 1931: ערנסט רוסקא האט געבויט דעם ערשטן עלעקטראן טראנסמיסיע מיקראסקאפ (TEM) ביים אוניווערסיטעט פון בערלין. ביזן יאר 1935, האט ער געבויט אן עלעקטראן־מיקראסקאפ מיט צוויי מאל די רעזאלוציע פון א ליכט־מיקראסקאפ, וואס האט אנטפלעקט ארגאנעלעס וואס פֿריער האט מען נישט געקענט מברר זיין.
  • 1953: באזירט אויף דער ארבעט פון ראזאלינד פֿרענקלין, האבן וואטסאן און קריק אנאנסירט צום ערשטן מאל די טאפל־העליקס סטרוקטור פון DNA.
  • 1981: לין מארגוליס האט פֿארעפֿנטלעכט Symbiosis in Cell Evolution (סימביאסיס אין צעל־עוואלוציע)וואס האט אויסגעקלערט די ענדאסימביאטישע טעאריע.
  1. אן אפשאצונג געמאכט פאר איינעם וואס איז 30 יאר אלט, וועגט 70 קילא, און איז הויך 172 צ״מ.[3] די אפשאצונג איז נישט גענוי—די שטודיע האט געשאצט אז די צאל צעלן איז 3.72±0.81×1013.[3]
  1. Cell Movements and the Shaping of the Vertebrate Body אין קאפיטל 21 פון Molecular Biology of the Cell פערטע אויסגאבע, רעדאגירט דורך ברוס אלבערטס (2002) פארעפנטלעכט דורך גארלאנד וויסנשאפט. דער אלבערטס טעקסט דיסקוטירט וויאזוי די "צעלולארישע געבוי קלעצלעך" באוועגן זיך צו פארמירן אנטוויקלדיגן עוברים. ס׳איז אנגענומען צו באשרייבן קליינע מאלעקולן ווי אמינא-זייערסן ווי "מאלעקולארישע געבוי קלעצלעך".
  2. מוסטער:NCBI-scienceprimer ‏30סטן מערץ 2004.
  3. a b c Bianconi, Eva; Piovesan, Allison; Facchin, Federica; Beraudi, Alina; Casadei, Raffaella; Frabetti, Flavia; Vitale, Lorenza; Pelleri, Maria Chiara; Tassani, Simone (November 2013). "An estimation of the number of cells in the human body". Annals of Human Biology (אויף ענגליש)40 (6): 463–471. ISSN 0301-4460. doi:10.3109/03014460.2013.807878. These partial data correspond to a total number of 3.72±0.81×1013 [cells]. 
  4. Campbell, Neil A. (2006). Biology: Exploring Life. Boston, Massachusetts: Pearson Prentice Hall. ISBN 9780132508827. 
  5. (2002) Molecular biology of the cell, 4th, Garland Science, 973–975. ISBN 0815340729. 
  6. "The forces behind cell movement". International Journal of Biological Sciences 3 (5): 303–17. June 2007. PMC 1893118. PMID 17589565. doi:10.7150/ijbs.3.303.  Unknown parameter |vauthors= ignored (עזרה)
  7. ציטירן גרײַז: אומגילטיגער <ref> טאַג; קיין טעקסט נישט געשריבן פֿאַר רעפֿערענצן מיטן נאָמען etymonline1
  8. (1665) Micrographia: .... London, England: Royal Society of London, 113. " ... I could exceedingly plainly perceive it to be all perforated and porous, much like a Honey-comb, but that the pores of it were not regular [...] these pores, or cells, [...] were indeed the first microscopical pores I ever saw, and perhaps, that were ever seen, for I had not met with any Writer or Person, that had made any mention of them before this ... " – Hooke describing his observations on a thin slice of cork. See also: Robert Hooke