[go: up one dir, main page]

לדלג לתוכן

נעסטער

פֿון װיקיפּעדיע
נעסטער
Дністе́р, Nistru
לאקאציע
לענדער אוקראינע, מאלדאווע, טראנסניסטריע
אייגנשאַפֿטן
לענג 1,352 קילאמעטער
קוואל קארפאטישע בערג
הייך פון קוואל 1,000 מעטער
דורכשניטלעכער אויסגאס 310 קובישע מעטער א סעקונדע
דרענאזש בעקן 72,100 קוואדראט קילאמעטער
לעפצונג נעסטער-לעפצונג
לענדער אין דרענאזש בעקן אוקראינע
רעדאקטירן אין וויקידאטן וואס פארזארגט טייל פון דער אינפארמאציע אין דעם מוסטער
טיראספאל און דער נעסטער טײַך

דער נעסטער (אוקראיניש: Дністер דניסטער; רומעניש: Nistru ניסטרו) איז א טײַך אין מזרח אייראפע.

דער נעסטער קומט ארויס אין אוקראינע, לעבן דראהביטש נאענט צום פוילישן גרענעץ, און פליסט אין דער ריכטונג צום שווארצן ים. א שטיק וועג איז ער דער גרענעץ צווישן אוקראינע און מאלדאווע, נאך דעם פליסט ער דורך מאלדאווע 398 ק"מ און צעשיידט איר הויפט טעריטאריע פון טראנסניסטריע. שפעטער ווערט ער נאך א טייל פונעם מאלדאווע-אוקראינע גרענעץ, און דערנאך פליסט ער דורך אוקראינע צום שווארצן ים.

דער נעסטער איז וויכטיק פאר טראנספארטאציע און מסחר. צוויי מאל א יאר פלייצט ער איבער זיינע ברעגן - אנהייב מערץ, ווען די שניי און אײַז ווערט געשמאלצן, און נאכאמאל אין מיי ווען די שניי צעגייט אין די קארפאטישע בערג, דער קוואל פונעם נעסטער.

די הויפט בייטייכן זענען די טייכן סטרי, רעוועט, זברוטש און סערעט.