[go: up one dir, main page]

לדלג לתוכן

ליפט

פֿון װיקיפּעדיע

א ליפֿט אדער עלעוואַטאר אדער הייב-מאשין איז א טראנספארט מיטל וועלכע טראגט מענטשן אדער חפיצים ארויף און אראפ אין געביידעס פון מערערע שטאקן. אין דער היינטיגער מאדערנער וועלט מיט מיליאנען געביידעס איז א ליפט א טייל פון א געביידע און רוב רעגירונגען פארלאנגען געזעצליך צו איינשטעלן א ליפט סיסטעם אין געביידעס פון מערערע שטאקן וועלכע איז דעזיינט פאר די באנוץ פון מערערע מענטשן.

דער קאנצפעט פון הייבן מאטריאל דורך א ספעציעלע דעווייס גייט צוריק צו די רוימישע אימפעריע (2,230 יאר צוריק)וואו מען האט גענוצט א קאבינע מיט א שטריק סיסטעם וועלכע איז געצויגן געווארן דורך בהמות אדער מענטשן. דער ערשטער ליפט דעזיינט צו הייבן מענטשן פון איין שטאק צום צווייטן איז געבויט געווארן אין די ווינטער פאלאץ אין סט. פעטערסבורג, רוסלאנד, אין 1793.

אין 1853 האט אלישע אטיס, א ניו יארקער, ערצייגט א נייע מעכאניזם צו פארזיכערן ליפטן אין פאל די הויפט שטריק רייסן זיך איבער. דער ערשטער אטיס ליפט איז אינסטאלירט געווארן אין א געביידע אין מאנהעטן, ניו יארק, אויף בראדוועי אין 1857. די אטיס פארזיכערונג דעזיין איז נאך היינט א טייל פון יעדן ליפט.

דער ערשטער עלעקטרישער ליפט איז געבויט געווארן דורך ווערנער וואן סימענס, א דייטשער אינדוסטריאליסט, אין 1880. זיין ארבעט איז שפעטער פארבעסערט געווארן דורך פרענק ספראגאו, אן אמעריקאנער נעווי אפיציר.

דער קאנצעפט פון א ליפט איז זייער פשוט. עס איז א קליינע צימער וועלכע איז באהאפטן צו א שטריק וועלכע שלעפט עס ארויף. אבער א ליפט איז פיל מער פארגעשריטן ווי דעם. עס איז א פארגעשריטענע מעכאניזם וועלכע ווערט קאנטראלירט דורך א מאדערנע קאנטראל סיסטעם און איז פארזיכערט מיט פארשידענע מאסנאמען קעגן פאטאליטעטן.

היינטיגע צייטן זענען פאראן צוויי סארט ליפט סיסטעמען. זיי זענען: הידרוילישע ליפטן און שטריק ליפטן.


א הידרוילישער ליפט ארבעט פיל אנדערש ווי מיר זעען געווענליך אין רוב היינטיגע געביידעס. דער ליפט שאכטל זיצט אויף א צילינדער וועלכע אנטהאלט הידרוילישע פליסיקייט (געווענליך אויל) וועלכע קומט אריין מיט א שטארקע לופט דרוק אינעם צילינדער און שטופט ארויף דעם שאכטל. אונטער דעם ליפט איז פאראן א טאנק מיט הידרוילישער פליסיקייט און א פאמפ ווערט גענוצט צו טאן די ארבעט. ווען דער ליפט באקומט א סיגנאל אז עס דארף גיין אויף ארויף וועט די פאמפ ארויסציען די פליסיקייט פון דעם טאנק און דאס אריינשיקן אינעם צילינדער מיט א שטארקע לופט דרוק. ווען דער ליפט שטעלט זיך אפ וועט זיך עס ווייטער האלטן אויף די פליסיקייט ווייל די רערן פארמאגן א וואלוו וועלכע לאזט נישט די פליסיקייט צוריק אריינרינען אין דעם טאנק רעזערוואר.

ווען דער ליפט באקומט א סיגנאל צו גיין אויף אראפ וועט זיך די וואלוו עפענען און צעביסלעך ארויסלאזן די פליסיקייט פון דעם צילינדער און דאס וועט צוריק אריינרינען אינעם טאנק און דער ליפט וועט אראפקומען לויט ווי שנעל די פליסיקייט וועט ארויסרינען.

די הידרוילישע סיסטעם איז זייער אן עפעקטיווע ליפט סיסטעם וויבאלד עס נוצט פיל ווייניגער ענערגיע ווי די שטריק סיסטעם זינט עס דארף נאר נוצן קראפט ארויפצושטופן דעם ליפט ווייל אראפ גייט עס פון זיך אליינס ווען די וואלוו עפענט זיך. אבער די חסרונות זענען גרויס. ערשטנס פארנעמט אזא סיסטעם זייער אסאך פלאץ ווייל עס פארמאגט זייער אסאך קאמפאנענטן. צווייטענס איז עס נאר געאייגענט פאר א געביידע פון עטליכע שטאק ווייל ווי העכער די געביידע איז אלס מער וועט מען דארפן אראפגראבן צו האלטן דעם צילינדער וועלכע לייגט זיך צוזאם ווען עס קומט אראפ.


די שטריק סיסטעם איז אויסגעטראפן שפעטער און איז באלד אויפגעכאפט געווארן פאר ליפטן איז העכערע געביידעס. די שטריק סיסטעם איז פשוט. עס פארמאגט שטריק וועלכע זענען באהאפטן צום ליפט שאכטל און שלעפן ארויף דעם ליפט דורך א מאטאר. דער ליפט שאכטל פארט אויף שינעס וועלכע האלטן איר אין פלאץ און די שטריק שלעפן איר ארויף.

דער שטריק ליפט פארמאגט איר סיסטעם העכער דעם ליפט וואו עס איז פאראן א שטארקע מאטאר און א רעדל אויף וועלכע די שטריק דרייען זיך. נארמאל איז דער מאטאר באהאפטן צום רעדל און דרייט עס איין וועג ארויפצוברענגן דעם ליפט און אן אנדערע וועג דאס אראפצולאזן. מער פארגעשריטענע ליפטן קענען פארן אויף פארשידענע שנעלקייטן געוואנדן וויפיל שטאקן עס פארט אויפאיינמאל. די סארט ליפטן פארמאגן א גיר באקס וועלכע איז באהאפטן צום מאטאר און די סיסטעם טוישט גירס לויט די שנעלקייט וואס עס וויל דרייען גענוי ווי אן אויטא.

די שטריק זענען אבער נישט באהאפטן צום רעדל און דרייען זיך נישט ארום איר ווען דער ליפט גייט ארויף. אנשטאט גייען די שטריק נאר אריבער דאס רעדל און הענגן אראפ אויף די אנדערע זייט וואו ביי די אנדערע עק איז אנגעבינדן אסאך שווערע אייזן וועלכע באלאנסירט דעם ליפט ווי א וואגשאל. די אייזן באטרעפט די וואג פון דעם ליפט שאכטל וויפיל עס וואלט געוואויגן ווען עס איז אנגעפילט 40 פראצענט. דער חשבון דערפון איז אז דאס איז דער דורכשניט פון וואג וואס דער ליפט באקומט נארמאל און וויבאלד די אייזערנע וואג אויף די אנדערע זייט וועגט גענוי אזויפיל גיט עס א גוטע באלאנס פאר דער סיסטעם.

די סיסטעם איז אויך געמאכט צו שפארן ענערגיע. ווען דער ליפט איז 40 פראצענט פיל (דאס איז דער דורכשניט) וועגט עס בערך די זעלבע ווי די אייזערנע וואג אויף די אנדערע עק שטריק. אין אזא פאל וועט דער מאטאר נישט דארפן נוצן קיין סאך ענערגיע ארויפצושלעפן אדער אראפצולאזן דעם ליפט ווייל ביידע וועגן אייניג און עס דארף נישט מער ווי א שוואכע שלעפ דאס צו רירן איין וועג. ווען דער ליפט איז פילער וועט דער מאטאר שוין יא דארפן ארבעטן שווער אבער נאך אלץ וועט עס נישט דארפן אבעטן אזוי שווער ווייל א טייל פון די ענערגיע ליגט שוין אין פלאץ צו שלעפן דעם קאסטן.

רוב געביידעס פארמאגן היינט די שטריק סיסטעם, ספעציעל הויכע געביידעס וואו עס איז אוממעגליך אריינצושטעלן אן הידרוילישע סיסטעם.


די שטריק וואס האלטן א ליפט זענען פון די זעלבע סארט וועלכע האלטן בריקן אין דער הייך און עס האט קיינמאל פריער נישט פאסירט אז אזא סארט שטריק זאל זיך איבעררייסן. די שטריק איז געמאכט פון אייזערנע פעדימער וועלכע זענען געבינדן אינאיינעם און קענען האלטן גאר אסאך וואג. דערצו פארמאגט יעדער ליפט צווישן 4 און 8 אזעלכע שטריק וואס מיינט אז צוזאמען וואלטן זיי געקענט האלטן עטליכע ליפטן.

און אפילו אויב דאס זאל יא פאסירן און אלע שטריק וועלן זיך איבעררייסן וועט דער ליפט נאך אלץ נישט פאלן צו די ערד. ווי פריער דערמאנט פארט דער ליפט אויף שינעס פון דריי זייטן וועלכע האלטן איר אין פלאץ עס זאל זיך נישט ווארפן. די שינעס פארמאגן ברעיקס וועלכע קענען אקטיוויזירט ווערן צו יעדע צייט אין פאל עפעס גייט נישט גוט און וועט אפשטעלן דעם ליפט. אויסערדעם איז פאראן א ברעיק אינעם רעדל זעלבסט וועלכע שטעלט אפ דעם געלויף אויב עס דרייט זיך צו שנעל און דאס ארבעט אויטאמאטיש גענוי ווי אן אויטא זיץ פאסיק האלט אפ דעם מענטש פון פאלן אויף פאראויס ווען עס פאסירט אן עקסידענט. דאס רעדל האט ציינדלעך ארום און ארום און א ספעציעלע אייזן מיט צוויי שפיצן זיצט אינדערמיטן באהאפטן איינע די אנדערע מיט א ספרינג. אויב דער רעדל הייבט זיך אן דרייען זייער שנעל וועלן די צוויי שפיצן זיך אפטיילן איינע פון די אנדערע ווייל די כוח פון די באוועגונג וועט באקעמפן די כוח פון די שוואכע ספרינג און דאס וועט זיך אנהאנקן אויף די ציינדלעך און דער ליפט וועט זיך אפשטעלן.

אויסערדעם איז פאראן אן עלעקטראנישע ברעיקינג סיסטעם אויף די שינעס וועלכע זענען פשוט'ע שטיקער אייזן וועלכע שטייגן ארויס פון די שינעס און שטעלן אפ דעם ליפט. נארמאל זענען די שפיצן אריינגעלייגט אין פלאץ דורך עלעקטראנישע כוח און איינמאל די סיסטעם שאלטערט זיך אויס פאלן די שפיצן אויטאמאטיש ארויס פון פלאץ און שטעלן אפ דעם ליפט.

און צום לעצט איז פאראן א ספעציעלע שאק איינזאפער אויף די ערד וועלכע דינט ווי א קישן פאר דעם ליפט. אויב אלעס אנדערש פאלט דורך און דער ליפט פאלט צו דער ערד וועט די כמו קישן איינזאפן דעם קראפט פון פאלן און די פאסאזשירן וועלן געראטעוועט ווערן.


ארגינעל איז דער ליפט קאנטראלירט געווארן דורך א מעכאנישער סיסטעם וועלכע האט פארמאגט סוויטשעס און ווען איינער האט געדרוקט דעם קנעפל האט ער אקטיוויזירט א סוויטש און דער ליפט איז אראפגעקומען. גאר אלטע ליפטן האבן דאס אויך נישט געהאט און מען האט געמוזט האבן א מענטש וועלכע זאל שטיין דארט און דאס קאנטראלירן.

היינט קומען אלע ליפטן מיט א קאמפיוטער קאנטראל סיסטעם וועלכע שיקט די סיגנאלן וועלכע וועג צו פארן און אויף וועלכע שטאק זיך אפצושטעלן. די קאמפיוטערס דארפן אויסרעכנען ווען צו פארן ארויף און ווען צו פארן אראפ כדי צו שפארן צייט און קענען פירן מער מענטשן און אזוי אויך שפארן ענערגיע. ארגינעל האבן רוב ליפטן געארבעט מיט א סיסטעם אז עס האט ערשט ארויפגעטראגן מענטשן פון די ערשטע שטאק צו די שטאקן וואו זיי ווילן גיין און ווען עס איז אויסגעליידיגט געווארן איז עס אויטאמאטיש צוריק אראפגעפארן און נאר אויפ'ן וועג אראפ האט עס אויפגענומען מענטשן וועלכע האבן געוואלט גיין אויף אראפ.

היינט ארבעט עס פיל מער פארגעשריטן פון דעם, ספעציעל אין געביידעס וואו עס זענען פאראן צוויי אדער מערערע ליפטן. דער קאמפיוטער באקומט די סיגנאלן פון אלע שטאקן וואו עס זענען פאראן מענטשן וואס ווילן גיין ארויף און אלע וואס ווילן גיין אראפ און עס וועט אליינס אויסרעכנען וועלכע ליפט איז די נענטסטע צו יענעם און אזוי שפארן צייט און ענערגיע. דער קאמפיוטער ווייסט אויך וויפיל מענטשן עס זענען פאראן אין די עלעוואַטארס און אויב עס איז שוין איבערגעפילט צו די מאקסימום וועט עס מער נישט סטאפן. נארמאל וועט דער קאמפיוטער צעטיילן די ליפטן אז עס זאל שטענדיג זיין א ליפט נאנט צו יעדע עטליכע שטאק.

עס זענען אויך פאראן אזעלכע ליפטן וועלכע'ס קאמפיוטער רעכנט אויס וויפיל מענטשן עס נוצן די ליפטן לויט די שטאקן און וועט לויט דעם פארלאנג שיקן די ליפטן. ד.ה. אז אויב צום ביישפיל די 53סטע שטאק איז די פארנומענסטע איבער'ן טאג וועט דער קאמפיוטער שטענדיג מאכן גרייט א ליפט דארט. אזוי אויך אויב, צום ביישפיל, אויף די 32'סטע שטאק וועלן אלע 500 ארבייטער אהיימגיין יעדן טאג 4 אזייגער וועט דער קאמפיוטער זיך דאס אויסלערנען און וועט שיקן עטליכע ליפטן צו די 32'סטע שטאק יעדן טאג 5 מינוט בעפאר.

די גיך מיט וועלכע די ליפטן פארן ווערט אויך באשטימט דורך דעם קאמפיוטער. אויב וועט עס נאר פארן עטליכע שטאק וועט עס פארן לאנגזאם און אויב עס וועט פארן 80 שטאק אן איינמאל זיך אפשטעלן וועט עס פארן פיל שנעלער.

אין אייראפע זענען פאראן ליפטן וועלכע פארלאנגן דעם מענטש וועלכע דרוקט דעם קנעפל ער זאל אויך אריינדרוקן צו וועלכע שטאק ער וויל גיין. דער קאמפיוטער רעכנט כסדר אויס וועלכער ליפט וועט די שנעלסטע קענען דארט אנקומען און אזוי אויך וועלכער ליפט וועט דערנאך האבן אן אנדערע רוף אויף א דערנעבנדיגן שטאק ווען ער איז פארטיג מיט'ן ערשטן.

דער הויפט ציל פון א גוטער ליפט סיסטעם איז צו געבן די שנעלסטע סערוויס וואס מעגליך און קיינער זאל נישט דארפן ווארטן לאנג. דאס קען מען אליינס זען ווען מען נוצט אפט ליפטן. אין אלטע געביידעס מיט אלטע ליפטן זעט מען מענטשן ווארטן זייער לאנג און דערנאך זאמלן זיך אן מער מענטשן וויפיל די ליפטן קענען ארייננעמען. אין פארגעשריטענע סיסטעמען ווארט מען קיינמאל נישט מער ווי א מינוט צוויי, ספעציעל אויף די ערשטע שטאק וואו דער קאמפיוטער מאכט שטענדיג זיכער צו האלטן ליפטן אין רעזערוו.