[go: up one dir, main page]

לדלג לתוכן

ישעיהו

פֿון װיקיפּעדיע
ישעיהו
יְשַׁעְיָהוּ
געבורט 766 לפנה״ס
מלכות יהודה רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
טויט 686 לפנה״ס (אלט 80 בערך) רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
מדינה מלכות יהודה רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
פאך שרייבער, נביא, אראקעל רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
אַמט נביא רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
רעדאקטירן אין וויקידאטן וואס פארזארגט טייל פון דער אינפארמאציע אין דעם מוסטער

ישעיהו (ג'ק"ם - ג'ש"ס) דער זון פון אמוץ איז געווען א נביא אין מלכות יהודה.

ישעיהו'ס טאכטער חפציבה האט חתונה געהאט מיטן מלך חזקיהו; זיי האבן געהאט צוויי קינדער, רבשקה און מנשה.

דער קבר פון ישעיהו געפינט זיך אינעם דארף ברעם אין דעם גליל.

ווען חזקיהו איז געווען קעניג אויף מלכות יהודה, האט סנחריב (דער קעניג פון אשור) אנגעשרעקט אז ער וויל אייננעמען ירושלים פון יהודה'ס קעניגרייך, און איז געקומען קיין ירושלים צו אנפאנגען א מלחמה. ווען חזקיהו האט דאס געהערט, האט ער געבעטן פון ישעיהו צו דאווענען אויף זיין קעניגרייך צו איר אפהיטן פון סנחריב. און ישעיהו האט געענטפערט אז סנחריב וועט דארפן אלץ א געוויסע סיבה זיך אומקערן צו זיין לאנד, און וועט דארט שטארבן דורך א שווערד. 20 יאר שפעטער איז סנחריב געמרד'עט געווארן דורך זיינע צוויי קינדער.