[go: up one dir, main page]

לדלג לתוכן

לובלין

פֿון װיקיפּעדיע
לובלין
Lublin
פארשידענע אויסקוקן אויף לובלין
מדינה / טעריטאָריע פּוילן
גרינדונג דאַטע פארן 12טן יארהונדערט
קאָאָרדינאַטן 51°14′N 22°34′E / 51.233°N 22.567°E / 51.233; 22.567קאארדינאטן: 51°14′N 22°34′E / 51.233°N 22.567°E / 51.233; 22.567
וואיעוואדעשאפט לובלין
בירגערמייסטער קזשישטאף זוק
שטח 147 קוואדראט ק"מ

 ‑ אין שטאט
 ‑ באַפעלקערונג ענגקײט

349,103‏  (שטייענדיג 2009)
2,400 באוואוינער א ק"מ2
צײַט זאָנע UTC+1
www.um.lublin.pl

לובלין (פויליש: Lublin, אוקרייניש: Люблін, ליטוויש: Liublinas, רוסיש: Люблин) איז די ניינטע גרעסטע שטאט אין פוילן. זי איז די הויפטשטאט פון דער לובלינער וואויוואדעשאפט מיט א באפעלקערונג פון 355,954 (2004). לובלין איז די גרעסטע שטאט אין פוילן מזרח פונעם ווייסל טייך.

לובלין איז אן אלטע פוילישע שטאט, וואס האט עטליכע מאל געדינט, אלץ פוילנס צייטווייליגע הויפטשטאט, איר באפעלקערונג איז א געשאצטע 350,000.

די שטאט איז שוין געשטאנען אינעם 13טן יארהונדערט, אבער פון אנהייב, זענען יידן נישט ערלויבט געווען צו וווינען, אין דער שטאט זעלבסט, אבער ווען דער ערלויבעניש איז געגעבן געווארן, איז לובלין געווארן א יידישער צענטער. דער מהרש"ל האט דארט געוווינט, און ביזן חורבן איז דארט געווען, א גרויסע יידישע קהילה. ישיבת חכמי לובלין, מיטן אנפירערשאפט פון הרב מאיר שפירא, פון די גרעסטע, און מערסט באקאנטע ישיבה אין פוילן איידער דעם חורבן.

ווען די נאציס זענען אריינגעקומען קיין לובלין, האבן דארט געוווינט ארום 40,000 יידן, דער אלגעמיינער באפעלקערונג איז געווען אומגעפער 150,000 איינוווינער, די נאציס האבן אומגעברענגט די יידן, ווי אלע אנדערע פוילישע שטעט אין דערפער, ווי זיי זענען אנגעקומען, סמערהייט יידן זענען אומגעקומען אין מיידאנעק.

פאר יידן איז לובלין געווען גאר א צענטראלע שטאט, ביי חסידים ספעציעל, דער חוזה פון לובלין, און הרב עזריאל הורוויץ מיטן צונאמען דער אייזערנער קאפ, און נאך א סאך גדולים און רביס, האבן געוווינט אין לובלין.

לובלין האט די צווילינג שטעט:[1]

וויקימעדיע קאמאנס האט מעדיע שייך צו: לובלין
  1. a b c d e f g h i j k l m n o p q r s t u v w x Miasta Partnerskie Lublina (Polish). lublin.eu. ארכיווט פון דעם אריגינאל דעם 2013-01-16. דערגרייכט דעם 2013-08-07.
  2. ru:Побратимские связи г. Бреста (ru). City.brest.by. דערגרייכט דעם 2010-10-03.
  3. uk:Офіційний сайт міста Івано-Франківська (Ukrainian). mvk.if.ua.
  4. Portrait of Münster: Die Partnerstädte. Stadt Münster. ארכיווט פון דעם אריגינאל דעם 2013-05-09. דערגרייכט דעם 2013-08-07.
  5. The Municipality of Lublin City. Um.lublin.eu (‏1992-10-01). דערגרייכט דעם 2009-05-05.
  6. Lublin's Partner and Friend Cities. The Municipality of Lublin City. ארכיווט פון דעם אריגינאל דעם ‏20סטן יולי 2011. דערגרייכט דעם 2 July 2009.