גולם
דאָס װאָרט גולם איז דער טײטש „אַ קערפּער אָן אַ פֿאָרם” און אין דער משנה אין כלים פֿי״ב איז פֿאראן „גולמי כלי מתכת” (נישט־געפֿאָרמטע מעטאל־כלים). מען האָט עס אױך גענוצט צו באַצײכענען אַ מענטש, װאָס האָט נישט קײן שכל, און די משנה אין פּרקי אבות פּ״ה רעכנט אױס די מידות פֿון אַ חכם און גיט צו „וחילופֿיהן בגולם” (פּונקט פֿאַרקערט איז בײם גולם, בײם נישט־קלוגן). שפּעטער האָט מען באַנוצט דאָס װאָרט פֿאַר אַ מענטשן־קערפּער אָן אַ נשמה. אין מדרש רבה ויקרא כ״ט װערט געזאָגט, אַז צוערשט האָט גאָט באַשאַפֿן אדם הראשון אַ „גולם”, נאָר דערנאָך האָט ער אין אים אַרײנגעבלאָזן אַ נשמה.
אין דער ײדישער לעגענדע װערן געבראַכט פֿיל סיפֿורים װעגן פֿאַרשידענע ײדישע פּערזענלעכקײטן, װאָס האָבן געשאַפֿן אַ גולם, זײ האָבן צונױפֿגעשטעלט אַ טױטן קערפּער פֿון לײם צי אַנדערע מאַטעריאַלן און מיט אַ שם המפֿורש אים געמאַכט לעבעדיק, און ער האָט געטאָן װאָס זײן באַשעפֿער האָט אים געהײסן (זעט „דער פראגער גולם”). שױן אין דער גמרא (סנהדרין ס”ה ,ר' חנינא, רבא) װערט דערצײלט װעגן אמוראים װאָס האָבן געשאַפֿן לעבעדיקע באַשעפֿענישן. נאַכער איז עס דערצײלט געװאָרן װעגן רבי שלמה אבן גבירול און אַנדערע. אָמפֿאַרשפּרײטסטן איז די לעגענדע װעגן גולם פֿון מהר״ל (רבי ליװא) פֿון פּראָג (אין 16טן יאָרהונדערט).
די „גולם”־לעגענדע איז באַאַרבעט געװאָרן אין בעלעטריסטישע װערק דורך מײערינק, לײװיק. זײערע גולם־פּאָעמעס האָט מען אױסגעפֿירט אױף דער בינע.
קוואַלן
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]- דער דאָזיקער אַרטיקל נעמט אַרײַן דעם טעקסט װאָס געפֿינט זיך אונטערן זוכװאָרט „גולם” אין דער ייִדישער פֿאָלקס־ענציקלאָפּעדיע (באַנד 1) (1949), וואָס איז הײַנט אינעם רשות־הרבים.