[go: up one dir, main page]

לדלג לתוכן

רעפוטאציע

פֿון װיקיפּעדיע

רעפוטאַציע איז די אלגעמיינע מיינונג וועגן א מענטש, א גרופע מענטשן אדער אן ארגאניזאציע, וואס אנדערע האבן אויף אים. די רעפוטאציע קען זיין זייער וויכטיק סיי אין ביזנעס סיי אין נארוועלכער געמיינדע. די רעפוטאציע ווערט געשאפן פון דער אויפפירונג פונעם מענטש אדער פון דער ארגאניזאציע—איינער האט א רעפוטאציע ווי א פילאנטראפ, א צווייטער ווי א קארגער, אן אנדערער ווי א פריילעכער אא"וו.

אויפבויען א גוטע רעפוטאציע איז נישט גרינג, אבער מען קען זי גאנץ גיך פארלירן; מען זאגט נאך פון בענדזשאמין פרענקלין: "מען דארף א סך מעשים טובים כדי צו פארדינען א גוטע רעפוטאציע, אבער מען קען זי קאליע מאכן מיט איין שלעכטן אקט".