[go: up one dir, main page]

לדלג לתוכן

קאלינג קארד

פֿון װיקיפּעדיע

פריפעיד קאלינג קארד אדער טעלעפאן קארטע זענען די פון פאראויס באצאלטע קאלינג קארטלעך וועלכע פארקויפט זיך אין די סופערמארקעטס און אין די גאזאלין סטאנציעס. די קארטלעך קומען אין פארמאטן פון 5 ביז 50 דאלאר פון פאראויס באצאלטע לאנג דיסטענס און מען קען עס באלד נוצן דורך יעדע טעלעפאן אין די וועלט ביז ווילאנג די געלט גייט אויס. רוב אזעלכע קארטלעך קומען מיט א 1800 נומער און דערנאך לייגט מען אריין א פריוואטער קאד וועלכע ברענגט אריין אין די פערזענליכע אקאונט און ערשט דערנאך קען מען מאכן טעלעפאן קאלס.

למעשה איז דער ריטעילער פון די קאלינג קארטלעך נאר איין חלק אין דעם שפיל ווייל עס איז פאראן א לאנג דיסטענס קעריער וועלכע פארקויפט די לאנג דיסטענס בלאקס פאר די ריטעילערס, א ספעציעלע פירמע וועלכע קאנטראלירט די אקאונטס און די קארטלעך מיט די קאד נומערן, און דיסטריביוטערס וועלכע פארשפרייטן די קארטלעך.


די לאנג דיסטענס קעריערס פון קאלינג קארטעלך זענען נישט קיין ספעציעלע פירמעס נאר פאר דעם צוועק נאר זענען די זעלבע פירמעס וועלכע גיבן נארמאלע לאנג דיסטענס סערוויס און פונקט וואו דארט איז דא אויך פאראן אסאך שווינדלערייען אדער אויגן פארבלענדנישן וועלכע כאפן אריין די קאסטומערס און רוב מענטש כאפן זיך אפילו נישט וויבאלד מען באקומט דאך נישט קיין ביל מיט דעטאלן און אזוי קען מען יארן נוצן א קארטל און צאלן פיל מער ווי מען מיינט אז מען צאלט.

די מערסט באקאנטע שווינדלן זענען: קאל קאנעקשן טשארדזשעס, מאנאטליכע אפצאלן, מינימום צייט פער טעלעפאן קאל, עקספיירעישאן דאטומען, אקטיוועישן אדער אויסשטעלן אפצאלן. די אלע סארט טשארדזשעס קענען אפילו זיין ממש עטליכע צענט אבער אין א לענגערע טערמין מיט אסאך טעלעפאן קאלס זאמעלט זיך דאס אן צו פיל מער געלט און מען צאלט אין פאקט פיל מער ווי מען מיינט.

לויט אפיציעלע שטודיעס קומען פאר די מערסטע לאנג דיסטענס גניבות ביי פריפעיד קאלינג קארטלעך. די עף-סי-סי גיט די פאלגענדע סימינים וועלכע מען זאל נאכקוקן בעפאר מען קויפט א קאלינג קארד:

1) אין צוגאב צו די לאנג דיסטענס וועלכע מען צאלט און אלע אנדערע אפצאלן איז פאראן א לעגאלע טשארדזש ווען מען רופט פון א פאבליק טעלעפאן. די עף-סי-סי ערלויבט די טשארדזשעס אבער געוויסע פירמעס פארלאנגן מער וויפיל זיי מעגן און מען דארף דאס נאכפאלגן.

2) געוויסע קאלינג קארטלעך מאכן א שטיקל דורך רעכענען מער מינוטן אין א קורצע טעלעפאן קאל. זיי בעטן טאקע נאר די באשטימטע ראטע אבער ווען מען מאכט א טעלעפאן קאל פון 3 מינוט רעכנען זיי דאס אלס 5 מינוט און דער קונד כאפט זיך נישט ווייל אפילו אויב ער רעכנט אויס די מינוטן וועט אלעס שטימען.

3) קאלינג קארטעלך זאל מען נאר קויפן פון א געשעפט און נישט דורך די טעלעפאן אדער אינטערנעט ווייל געוויסע אזלעכע פירמעס זענען פשוט'ע רויבערס און די קארטלעך קומען קיינמאל נישט אן אדער קומט עס אן און די קאוד ארבעט נישט. אויסער דעם זענען פאראן פירמעס וועלכע בעטן א דעליווערי טשארדזש און רעכנען דאס שפעטער אראפ פון די מינוטן.

4) קאסטומער סערוויס איז א וויכטיגע זאך אין פאל עפעס טויג נישט אדער צו פרעגן פראגעס. למעשה האבן נישט אלע קאלינג קארדס א קאסטומער סערוויס נומער און טייל וואס האבן יא ארבעטן נישט. אויב איז מען א שטארקע באנוצער פון קאלינג קארטלעך און מען קויפט פאר גרעסערע געלטער איז כדאי צו פרובירן די קאסטומער סערוויס נומער אויב עס ארבעט.

5) פילע פון די קארטלעך פירמעס גייען באנקראט און עס איז א טעגליכע געשעעניש. אויב מען איז צוגעוואוינט צו קויפן זאל מען בלייבן מיט די זעלבע פירמע ווייל נייע פירמעס האבן גרעסערע שאנסן צו גיין באנקראט.

6) טייל פירמעס טשארדזשן מער געלט פאר טעלעפאן קאלס וועלכע ווערן געמאכט פון סעליולער אבער עס האט נישט קיין סיבה פארוואס און עס איז גניבה.

ענליכע שווינדלערייען קען זיך מאכן מיט די היינטיגע סארט קאלינג קארטעלעך וועלכע מען באצאלט נאכ'ן נוצן דורך קרעדיט קארד אדער אויף די געווענליכע לאנג דיסטענס ביל. אבער אין גענעראל ווערן זיי פאררעכנט אלס זיכערער און די עף-סי-סי רעקאמענדירט זיי צו נוצן ענדערש ווי א פריפעיד קאלינג קארטל.