בן סירא
בן סירא א ספר וואס ישוע בן סירא אדער ווי א טייל רופען איהם יהושע בן סרוק, האט געשריבן, אין דעם ספר שטייט אסאך אינטערסאנטע זאכן, בעיקר רעדט ער ארום חכמות און מדות טובות וואס דעם המון עם זאל וויסן, עס איז משבח די חכמה, די גוטע לייט און די רעכטפארטיגע צדיקים און עס איז מגנה און רעדט שלעכטץ אויף רשעים און נערנים.
דער ספר זעהט מען איז געמאכט בעיקר פאר גוים און אומות העולם וואס האבן נישט די אידישע תורה, עס איז זייער ענליך געשריבן ווי דער ספר משלי פון שלמה המלך.
עס זענען דא וואס זאגן אז ער איז א זון פון שלמה המלך, אין אסאך ספרי בן סירא שטייט אז ער איז א זון פון ירמיהו הנביא. אין אנהייב פון אסאך דרוקן שטייט א מעשה ווי אזוי ער איז געבוירן געווארן דורך די זרע פון ירמיה אבער נישט דורך זיין ווייב. דער ש"ך צייכנט אן די מעשה אין שולחן ערוך יורה דעה סי' קצה.
אין גמרא שטייט אז עס געפינט אין איר אסאך שטותים, און עס האט א דין ווי ספרים חיצונים וואס מען טאר נישט דערין עוסק זיין, דאך זאגט די גמרא אז די קלוגע זאכן דערפון זאל מען זיך אפלערנען.
אין עטליכע ערטער ברענגט די גמרא אראפ מאמרים פון בן סירא, צב"ש אין בבא בתרא ברענגט די גמרא א פסוק ווי עס שטייט אין כתובים און תוס' שרייבט דארט אז מעגליך איז עס אין בן סירא - וואו עס שטייט טאקע. אין סנהדרין (דף ק' ע"ב) זאגט רב יוסף אז אין בן סירא טאר מען נישט לערנען, און די גמרא ברענגט צו עטליכע פון זיינע מאמרים און דינגט זיך דערויף. איינע פון די זאכן וואס שטייט דארט איז: זלדקן קורטמן עבדקן סכסן, וואס דער טייטש דערפון איז: ווער ס'האט א דינע בארד איז א קלוגער, דער וואס האט א דיקע בארד איז א שוטה.
דער ספר האט פארשידענע נוסחאות און פארשידענע דרוקן, צב"ש אין בית המדרש און אין אוצר המדרשים איז געדרוקט נאר א חלק, עס הייבט זיך אן מיט א סטעיטמענט אזוי ווי א פסוק אין א קאפיטל פון משלי און עס שטייט דערויף א מעשה און א ראיה וואס איז מסביר דער ערשטער סטעיטמענט, גאר לעצטענס איז געגאנגען איינער אין ארץ ישראל און האט צוזאמגענומען אלע דרוקן ווי אויך כתבי ידות און האט געדרוקט א גאנצען ספר בן סירא מיט נקודות און איז עס מסביר.