טיבער
טייך אין איטאליע
דער טיבער (לאטייניש: Tiberis, איטאליעניש: Tevere) איז דער דריט־לענגסטער טייך אין איטאליע. דער טייך הייבט זיך אן אין די אפענינען אין עמיליע-ראמאניא און פליסט מערסטנס דורך אומבריע און לאציא צום טירהענישן ים, צווישן אסטיא און פיומיטשינא.
טיבער | |
---|---|
אנזשעלא בריק אין רוים | |
לענג | 405 קילאמעטער |
קוואל | בארג פֿומאיאלא |
הייך פונעם טייכס קוואל | 1,268 מעטער |
דרענאזש בעקן | 17,375 קוואדראט קילאמעטער |
דורכשניטלעכער אויסגאס
- ארט |
231 קובישע מעטער א סעקונדע
אסטיא |
לענדער אין דרענאזש בעקן | איטאַליע |
די שטאט רוים איז געגרינדעט געווארן אויפן מזרח ברעג פונעם טיבער.
געאגראפיע
רעדאַקטירןדער טייך טיבער איז לאנג 405 ק״מ, און האט א דרענאזש בעקן מיט א שטח פון בערך 17,375 קוואדראט ק״מ, קרוב צו 5% פון דער גאנצער טעריטאריע פונעם לאנד.[1]
ער איז דער דריט־לענגסטער טייך פון איטאליע, נאך די טייכן פא און אדיזשע.[2]
טייך | לענג (ק״מ) | וואסערשייד (ק״מ²) |
---|---|---|
Po | 652 | 74,970 |
Adige | 410 | 12,200 |
Tiber | 405 | 17,375 |
גאלעריע
רעדאַקטירן-
קוואל פון טייך טיבער אויף בארג פֿומאיאלא.
-
דער טייך טיבער אין רוים.
-
View of the Tiber looking towards the Vatican City.
רעפערענצן
רעדאַקטירןוועבלינקען
רעדאַקטירן- Fiume Tevere - Fiumi Italiani (איטאליעניש)