[go: up one dir, main page]

לדלג לתוכן

לאזשבאן

פֿון װיקיפּעדיע
לאזשבאן
la .lojban.
https://mw.lojban.org/index.php?title=Lojban&setlang=ja, https://mw.lojban.org/index.php?title=Lojban&setlang=zh, https://mw.lojban.org/index.php?title=Lojban&setlang=jbo, https://mw.lojban.org/index.php?title=Lojban&setlang=ru, https://mw.lojban.org/index.php?title=Lojban&setlang=es, https://mw.lojban.org/index.php?title=Lojban&setlang=fr, https://mw.lojban.org/index.php?title=Lojban&setlang=lv, https://mw.lojban.org/index.php?title=Lojban&setlang=hu, https://mw.lojban.org/index.php?title=Lojban&setlang=nds, https://mw.lojban.org/index.php?title=Lojban&setlang=pl, https://mw.lojban.org/index.php?title=Lojban&setlang=pt-br, https://mw.lojban.org/index.php?title=Lojban&setlang=sv אפיציעלע וועבזייטל

לאָזשבאַן (lojban) איז אַ לאָגישע געבוירטע שפראך וואָס איז באַשאַפן געוואָרן צו האָבן קיין צווייטייטשיקייט. דער נאָמען "לאָזשבאַן" שטאַמט פון די צוויי לאָזשבאַנישע ווערטער logji (לאגיק) און bangu (שפראך). לאָזשבאן איז די צווייטע גירסא פון דער אָריגינעלער לאָגישער שפראך לאגלאן, און איז געוואָרן זיין אייגענע שפראך אין 1987 דורך דער לאָגישע שפראך גרופע ((The Logical Language Group (LLG) על מנת צו מאכן לאָגלאן מער נוצלעך און במציאות. צען יאָר שפעטער, איז דער יסוד פון לאָזשבאן גערייט געווען ווען דאס "גאנצע לאָזשבאן שפראך" בוך איז פארעפענטליכט געוואָרן.

דער אוצר מילים פון לאזשבאן איז באשטימט פון די זעקס מערסטע גערעדטע וועלט-שפראכן, וואס זענען כינעזיש, ענגליש, הינדי, שפאניש, רוסיש, און אראביש. דאס ברענגען ווערטער פון אלע די שפראכן איז געווען על מנת צו מאכן לאזשבאן ווייניק מאדנע פאר מענטשן פון פארשידענע לענדער.

קלאנגען און שריפטסיסטעם

[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

לאזשבאַן ניצט 6 וואקאַלן און 17 קאנסאנאנטן. טייל פון די קלאנגען קענען זיין ארויסגערעדט אין פארשידענע וועגן, מחמת דער אוממעגליכקייט פון מענטשן פון פארשידענע לענדער ארויסצורעדן זיי.

די הדגשה קומט נארמאל אויפן טראף פארן סוף.

לאזשבאן איז דערלאזט צו זיין געשריבן מיט יעדן שריפט, ווי לאנג אז מיט דעם שריפט מען קען שרייבן אלע די לאזשבאנישע קלאנגען. נארמאל ווערט לאזשבאן געשריבן מיטן לאטיינישן אלפאבעט.

א פאר לאזשבאניסטן האלטן, אז די שפראך זאלט האבן איר אייגענעם אלפאבעט.

לאזשבאן האט דריי טיפן פון ווערטער: פרעדיקאט ווערטער (brivla), סטרוקטור ווערטער (cmavo), און נעמען ווערטער (cmene). יעדער טיפ איז איינציג אין זיינער פארמע, אז מען קען וויסן גלייך וועלכעס ווארט שטאמט פון וועלכן טיפ אין א זאץ.

פרעדיקאט ווערטער (brivla)

[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

פרעדיקאט ווערטער, וואס הייסען "brivla", זענען דאס הארץ פון לאזשבאן. זיי פארמאגן מערסט פון דער אינפארמאציע אין דער שפראך. זיי קענען זיין סובסטאנטיוון, ווערבן, אדיעקטיוון און אדווערבן, תלוי אויפן פלאץ אוואו דאס ווארט געפינט זיך אינעם זאץ.

יעדער brivla באלאנגט צו איינער פון דריי טיפן. דער טיפ איז אפהענגיק אין דער פארמע פונעם ווארט. (אלע ווערטער זענען אפהענגיק אין זייערע אייגענע פארמעס, ווי cmavo, brivla און cmene כדלעיל). ווען מען ווייסט דעם טיפ פונעם ווארט, קען מען ארויסלערנען דעם ווארט'ס מקור, אפילו אז מען האט עס קיין מאל נישט געוויסט.

די אפהענגיקייט אין דער פארמע פונעם ווארט לאזט מען סיי צו באשאפן נייע ווערטער אין א לייכטן אופן סיי קענען זיין באגריפט ווען מען באשאפט זיי. אין דעם וועג האט לאזשבאן א בייגיקן אוצר-מילים וואס קען ווערן אויסגעצויגן אן א סוף.

אלע brivla האבן די אייגנקייטן:

  • לאזט זיך אויס אייביק מיט א וואקאל
  • האט אייביק א פּאַר קאנסאנאנטן אין די ערשטע פינף אותיות.
  • ארויסגערעדט אייביק אויפן טראף פארן סוף. (וואס הייסט, אז זיי דארפן האבן צוויי אדער מער טראפן).

די מציאות פון האבן א קאנסאנאנט-פּאר אויסטיילט brivla פון cmavo, ווייל cmavo טאר נישט האבן קיין קאנסאנאנט-פּארן. דער וואקאל צום סוף טיילט brivla פון cmene, וואס cmene ענדיגן זיך שטענדיק מיט א קאנסאנאנט.

דאס ווארט "לאזשבאן" (lojban) קען נישט זיין א brivla, ווייל כאטש אז עס האט א קאנסאנענט-פאר, מכל מקום עס ענדט זיך מיט א קאנסאנאנט, און דערפאר עס איז א cmene, א נעמען ווארט.

די דריי טיפן פון brivla זענען:

  1. gismu, די שורשים פון לאזשבאן פון וועלכע אלע אנדערע brivla זענען געבויט.
  2. lujvo, א פארבונד פון צוויי אדער מער gismu.
  3. fu'ivla, ווערטער וואס שטאמען נישט פון לאזשבאן, אדער פון אנדערע שפראכן. זיי זענען געבארגטע ווערטער.

סטרוקטור ווערטער (cmavo)

[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

״cmavo״ זענען די סטרוקטור ווערטער פון לאזשבאן. זיי אפט האבן נישט קיין מיינונג, חוץ פון די ראלע וואס זיי שפילן אין א זאץ. cmavo זענען דערפאר די ארטיקלן, קאניונקציעס, פרעפאזיציעס, נומערן און אפשטעל-צייכנס פון דער שפראך. עס איז דא מער פון הונדערט טיפן cmavo, געוואוסט אלס "selma'o", יעדער האבנדיג א ספעציפישן גראמאטישן באניץ.