[go: up one dir, main page]

לדלג לתוכן

ברוינוי

פֿון װיקיפּעדיע
ברוינוי
דאס ראטהויז אין ברוינוי-אם-אין
מדינה / טעריטאָריע עסטרייך
קאָאָרדינאַטן 48°15′30″N 13°2′6″E / 48.25833°N 13.03500°E / 48.25833; 13.03500קאארדינאטן: 48°15′30″N 13°2′6″E / 48.25833°N 13.03500°E / 48.25833; 13.03500
בירגערמייסטער יאהאנעס וויידבאכער
שטח 24.85 קוואדראט ק"מ
הייך 352 מעטער

 ‑ אין שטאָט

16,887‏  (שטייענדיג 2017)

ברוינוי־אַם־אין (דייטש: Braunau am inn) איז א שטאט אין אים געגנט, צפון־מערב אויבער עסטרייך. די שטאָט געפינט זיך 90 ק"מ מערב פון לינץ און 60 ק"מ צפון פון זאלצבורג אויפן גרענעץ מיט דייטשלאנד. די שטאט האט א באפעלקערונג פון ווייניקער ווי 20,000 באוווינער. די שטאט איז באוואוסט וויבאלד עס איז דער געבורט-ארט פונעם רשע און ארכי-מערדער אדאלף היטלער.

Town centre

די שטאט געפינט זיך אויפן אונטערשטן אין טייך נידעריגער פון זיין צוזאמענפלוס מיטן זאלצאך, וואו ער איז דער גרענעץ it forms the מיטן דייטשן לאנד בייערן. זי געפינט זיך אויפן האלבן וועג צווישן לינץ, די הויפטשטאט פון אויבער־עסטרייך, און דער בייערישער הויפטשטאט, מינכן, בערך 60 ק״מ צפון פון זאלצבורג. ברוינוי איז באהאפטן דורך בריקן אריבער דעם אין מיט איר בייערישער אנטקעגנער שטאט זימבאך-אם-אין. די שטאט איז לאנג געווען א צאלפארט אין עסטרייך, אבער אלע גרענעץ קאנטראל זענען מבוטל געווארן אין 1997 ווען עסטרייך האט אויסגעפירט דעם שענגען אפמאך.

דער נאמען פון דער שטאט איז אויך געווארן דער נאמען פונעם באצירק. די באפעלקערונג פון ברוינוי־אם־אין איז געווען 16,182 אין 2011. דער שטאטישער שטח באשטייט פון די קאטאסטער געמיינדעס ברוינוי־אם־אין, אסטערנבערג און ראנזהויפן.

ברוינוי־אַם־אין ווערט גערעכנט איינע פון די אוראלטע שטעט אין עסטרייך. זי ווערט ערשט דערמאנט ארום דעם ציווילן יאר 810 און האט באקומען דעם סטאטוס פון א שטאט אין 1260. ברוינוי אם אין האט זיך אנטוויקלט אין א וויכטיקער פעסטונג שטאט צוליב איר לאקאציע אויפן אין טייך, וואס איז געווען א טראנספארט רוטע פאר זאלץ פון די מינעס אין זאלצבורגער געגנט.

דער דענקמאל פאר די קרבנות פון דער צווייטער וועלט קריג

במשך די יאָרן, האט קאָנטראָל איבער דער שטאָט געטוישט צווישן עסטרייך און דייטשלאַנד עטלעכע מאל. אין אנהייב פונעם 18טן יאָרהונדערט איז ברוינוי־אם־אין געווען דער וווינאָרט פון דעם בייערישן פּאַרלאַמענט.

אין יאר 1989 האט מען אויסגעשטעלט קעגנאיבער פון דעם געבורט הויז פון דעם רשע אדאלף היטלער ימש"ו א דענקמאל פאר די צווייטע וועלט קריג קרבנות נאכדעם וואס דער בירגעמייסטער פון יענער צייט האט דאס איינגעלייטעט. דער דענקמאל איז געמאכט געווארן פון א שטיין וואס איז ספעציעל געברענגט געווארן פונעם טרויעריג בארימטן קאנצלאגער מאטהויזן, און אויף וועלכן שטייען איינגעקריצט די פאלגנדע ווערטער (איבערגעטייטשט פון דייטשיש):

פאר פריד, פרייהייט און דעמאקראטיע. מיליאנען קרבנות מאָנען: ס'זאל מער קיינמאל נישט זיין פאשיזם

אין יאר 2016 האט די עסטרייכישע רעגירונג באשלאסן באשלאג לייגן אויף דעם רשע'ס הויז און דאס פארוואנדלען אין א הילף צענטער פאר מענטשן מיט ספעציעלע געברויכן און מיט פארשידענע גייסטישע און פיזישע באגרענעצונגען.