[go: up one dir, main page]

לדלג לתוכן

בולדאזער

פֿון װיקיפּעדיע
הגרסה להדפסה אינה נתמכת עוד וייתכן שיש בה שגיאות תיצוג. נא לעדכן את הסימניות בדפדפן שלך ולהשתמש בפעולת ההדפסה הרגילה של הדפדפן במקום זה.
אַ קאַטערפּילער D10 בולדאָזער

א בולדאָזער אדער שטופּגראָבער איז א קריכער טראקטאר וואס איז אויסגעשטייַערט מיט א גרויס מעטאלן ברעט (באקאנט אלס א "מעסער") וואס שטופט גרויסע קוואַנטומס פון ערד, זאמד, שטיינער אדער אנדערע געגליכענע מאטעריאלן בעת קאנסטרוקציע אדער איבערווייַז ארבעט. געוויינטלעך ווערט א בולדאָזער אויסגעשטייַערט מיט א נאָגל-ענלעך הינטער געצייַג וואס שוואַכט אָפּ געפּרעסטע מאטעריאלן.

בולדאָזערס קען מען אָפּגעפֿונען ביי פילע פארשידענע ערטער, אזוי ווי שאַכטעס און שטיינהאַקערייַען, מיליטערישע באזעס, אינדוסטריע פאבריקן, אינזשענריע פראיעקטן און שטאַלן.

דער טערמין "בולדאָזער" געוויינטלעך מיינט בלויז א טראקטאר (געוויינטלעך א קריכער) וואס איז אויסגעשטייַערט מיט א דאָזער מעסער.